ייּדיש אין אוּנדזער משפּחה

בעסער אַ צעבראָכענע  ייּדיש װי נישט קײן ייּדיש. אַזױ האָט עמעצער אַמאָל געשריבן אין מענדעלע, די ייּדישע בליצפּאָסט-רשימה - אי-מעיל-ליסט בלע״ז. אוּן דאָס האָט אוּנדז דערמוּטיקט. האָבן מיר באַשלאָסן, פֿאַר אוּנדזער שלמהלע, זאָל לעבן איז געבױרן געװאָרן, אַז מיר װעלן אים האָדעװען אף ייּדיש. דאָס הײסט, גענױער געזאָגט,צװײ-שפּראַכיק, מיט ייּדיש און ענגליש: איך, דער טאַטע, װעל שמוּסן מיט אים אך ורק אף ייּדיש, אוּן די מאַמע, יונה-ברײנע, װאָס האָט װײניקער שטוּדירט ייּדיש, מיט איר װעט ער כסדר רעדן ענגליש. דאָס, כאָטש מײן ייּדיש איז זײער װײט פֿוּן פּערפֿעקט. איז, זעמיר אַ ייּדיש-רעדענדיקע משפּחה - איך מיט שלמהלען, יונה-ברײנע אַלץ מער און מער, אוּן בײבי שװעסטערל שׂרהלע שױן באַלד. שמוּסן שמוּסן מיר ייּדיש, שפּילן שפּילן מיר ייּדיש, זינגען זינגען מיר ייּדיש און לײענען לײענען מיר, פֿאַרשטײט זיך, ייּדיש. בריװעלעך האָבן מיר ליב צוּ לײענען אף ייּדיש אױכעט - איז, װער סע האָט געלײענט די דאָזיקע שוּרות, זײט אַזױ גוּט, שיקט-זשע אוּנדז אַ בליץ-בריװל! װעגן סײ װאָסערע צעבראָכנקײטן אין אײער ייּדיש װעלן מיר אײך זיכער נישט טשעפּענען!


Created by   יעקבֿ יאַראָן לוּאיס  using Zaytl-Makher

Hosted by www.Geocities.ws

1